Support Torah
Recordings

4791 —מתיחות בבית: לא לשים לב ולא לחדד

Strained relations at home: pay no attention and don't sharpen it

ב"ה, כ"ח תשרי, תשי"ז — ברוקלין.
From the Rebbe's secretary: This exists in many homes. The best way to improve it is to pay no attention and avoid harsh words, which soon brings results. Often the real cause is worry over livelihood, felt most with those closest. Looking at the good G-d has given strengthens trust, and the incidents will come to seem small.
Prev Search
0:00 0:00
Next
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ"ח תשרי, תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר באשרייבט וועגען דער באציהונג א.

א. וו.

ליידער זייט איר אין דער זאך ניט קיין אויסנאם, און א ענליכע לאגע איז פראן אין צענדליגער און צענדליגער הייזער, און ווי עס ווייזט די פראקטיקע, איז די בעסטע וועג צו אויסבעסערן דאס, ניט לייגען קיין אכט אויף דעם, און זעלבסט פארשטענדליך ניט נאך מער פארשארפען דורך הארטע און שארפע אויסדרוקען, און עס איז גרינגער צו איינווירקען אויף זין אליין דאס מער ווי עס דאכט זיך אויס פאראויס, ווארום מען זעהט אין א גאר קורצער צייט אז עס בריינגט גוטע רעזולטאטען, און בפרט אז אין מערערע פאלען, איז די אמת'ע אינערליכע סיבה צו אזעלכע געמיט צושטאנדן, זיינען די שוועריקייטען אדער פאראיינגקייט אין פרנסה, וואס דענסטמאל לויט מענשליכער נאטור פילט זיך דאס מער אין דער באציהונג מיט נאהענטע איידער מיט ווייטערע אדער גאר פרעמדע, און זייער ווייניג אויסנאמע זיינען אין דעם, און ווען מען קוקט גוט אריין אין דאס גוטע וואס השם יתברך האט געגעבען אייך די לעצטע יארען, אמת'ן גוט, און גוט אויף לאנגע לאנגע יארן, שטארקט דאס דעם בטחון און זיכערקייט, אז זיכער וועט אויף ווייטער אויך השם יתברך ווייזען חסדים, און איר וועט אליין קומען צו דער איבערצייגונג, ווי קליין און לעכערליך זיינען געווען די ניט איינגענאמע צופאלען אין פארגלייך מיט דעם חסד השם יתברך.

בברכה צו הערען פון אייך בקרוב ממש גוטע בשורות אין דאס אויבען געזאנטע,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Leave Feedback