ב"ה, ו' מ"ח[1], תשי"ט
ברוקלין.
ברכה ושלום!
איך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה, וועגען דער ערשטער אסיפה אין דעם נייעם יאהר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה.
השם יתברך זאל העלפען אז די התחלה זאל זיין אין א גוטער שעה, און פארזעצען מיט הצלחה אייער העכסט וויכטיגע ארבעט אין פארלויף פון דעם גאנצען יאהר,
און לויט דער פאדערונג פון תורתנו הקדושה תורת חיים[2], אין א אופן פון מעלין בקודש[3], שטייגען אין דער ארבעט אין אלע הינזיכטען.
וואס דאס איז דאך אויך דער סימן פון לעבעדיקייט, וואקסען און שטייגען[4].
און השם יתברך זאל העלפען אז די ארבעט זאל אנגיין אן שוועריקייטען, און געטאן ווערען אין גוטען געזונט און גוטער שטימונג פון יעדע איינע פון די חברות מיט איר גאנצע פאמיליע - שיחיו.
לויט דער אנווייזונג פון רבנו הזקן, אז מען דארף לעבן מיט דער צייט[5], מיט דער סדרה פון דער תורה וואס מען לייענט די וואך,
שליס איך מיט דעם ענין פון היינטיגער סדרה - די ברכה וואס השם יתברך האט געגעבען צו אברהם אבינו און דורך עם צו זיינע קינדער און קינדס קינדער, אידען וואו נאר זיי געפינען זיך:
ואברכה ואגדלה שמך והי' ברכה[6] (איך וועל דיר בענטשען, און מאכן גרויס דיין נאמען, און דו וועסט זיין א בענטשונג),
און ווי רבותינו זכרונם לברכה ערקלערען דעם אינהאלט פון והי' ברכה, דערנעהנטערען די ווייטע, רייניגען זיי און צובריינגען זיי צו אונזער פאטער אין הימל (בראשית רבה פרשה לט, יא)[7].
און זעלבסט פארשטענדליך אויך לויט דעם עיקר און פשט פון פסוק[8], צו זיין געבענטשט אין דעם אלעם וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.
בברכה צו גוטע בשורות אין אלעם אויבענדערמאנטען.[9]
- 1 מ"ח – מרחשון.
- 2 נוסח התפלה, ברכת "שים שלום" שבתפלת העמידה [סידור, שים שלום]: "כי באור פניך נתת לנו ה' אלקינו תורת חיים ואהבת חסד" וגו'.
- 3 [ברכות כח, א]: "גמירי, מעלין בקדש, ואין מורידין". כלומר: בעניני קדושה יש להוסיף ולעלות תמיד, ולא לעמוד על מקום אחד.
- 4 בזה מקשר את "תורת חיים" עם "מעלין בקודש": דבר חי – גדל ומוסיף והולך, ולכן העבודה ע"פ תורת חיים צריכה להיות בהוספה ועלי' תמידית.
- 5 [היום יום, ב חשון] (משיחת אאמו"ר [אדמו"ר מוהרש"ב] מוצש"ק לך לך תרנ"א): "אין די ערשטע יאהרען פון זיינע נשיאות האט דער אלטער רבי געזאגט ברבים 'מען בעדארף לעבן מיט דער צייט'. דורך זיין ברודער מהרי"ל האבען זקני החסידים אויסגעפונען, אז דער רבי מיינט אז מ'דארף לעבען מיט דער פרשת השבוע און פרשת היום פון דער סדרה פון דער וואך. ניט נאר לערנען פרשת השבוע יעדען טאג, נאר לעבען מיט איר".
- 6 [בראשית יב, ב] (פרשת לך לך, סדרת השבוע שבו נכתב המכתב): "ואעשך לגוי גדול ואברכך ואגדלה שמך והיה ברכה". כאן: "ואברכה", ובפסוק: "ואברכך" (ובבראשית רבה שם, בדברי ר' ברכיה: "כבר כתוב ואברככה").
- 7 בראשית רבה פרשה לט, יא: "והיה ברכה, קרי ביה ברכה, מה ברכה זו מטהרת את הטמאים, אף את מקרב רחוקים ומטהרם לאביהם שבשמים". כלומר: המדרש קורא "ברכה" כמו ברֵכה (בריכת מים, המטהרת כמקוה) – ומזה מ"ש "רייניגען זיי".
- 8 ראה רש"י שם, ד"ה ואעשך לגוי גדול: "לפי שהדרך גורמת לשלשה דברים. ממעטת פריה ורביה. וממעטת את הממון. וממעטת את השם. לכך הוזקק לשלשה ברכות הללו. שהבטיחו: על הבנים. ועל הממון. ועל השם"; ובד"ה ואברכך: "בממון".
- 9 טופס כזה נשלח לסניפי אגודת נשי ובנות חב"ד.
B"H, 6th of Marcheshvan, 5719
Brooklyn.
Brachah v'Shalom!
I was pleased to receive the news about the first meeting in the new year, may it come upon us and upon all Israel for good.
May G‑d, blessed be He, help that the beginning be at an auspicious time, and that your most important work continue with success throughout the entire year,
and, in keeping with the demand of our holy Torah, תורת חיים "a Torah of life" (Siddur, Sim Shalom), in the manner of מעלין בקודש "one ascends in holiness" (Berachos 28a), rising in the work in every respect.
For this is also the sign of being alive: growing and rising.
And may G‑d, blessed be He, help that the work proceed without difficulties, and be done in good health and good spirits by each and every one of the members, together with her whole family, may they live.
Following the directive of the Alter Rebbe that one must live with the times (Hayom Yom, 2 Cheshvan), with the portion of the Torah that is read this week,
I conclude with the theme of this week's portion: the blessing that G‑d, blessed be He, gave to Avraham Avinu, and through him to his children and children's children, Jews wherever they may be:
ואברכה ואגדלה שמך והיה ברכה "I will bless you, and make your name great, and you shall be a blessing" (Bereishis 12:2),
and as our Sages, of blessed memory, explain the content of והיה ברכה "and you shall be a blessing": to draw the distant near, purify them, and bring them to our Father in Heaven (Bereishis Rabbah 39:11).
And, self-evidently, also according to the essential and plain meaning of the verse: to be blessed in everything one needs, materially and spiritually.
With blessing for good news in all of the above.
Publisher's notes
A form letter of this kind was sent to the branches of Agudas Nshei uBnos Chabad.
Summary
This letter blesses a women's organization at the start of its year's work: a Torah of life demands constant growth, and, like Avraham, each member can become a blessing by drawing the distant near to our Father in Heaven.