Support Torah
Recordings

4783 —ברכת מלך מוחל וסולח: אין כאן שום ספק

The blessing "King who forgives" leaves no doubt of forgiveness

ב"ה, כ"ו תשרי, תשי"ז — ברוקלין.
Rabbi Levi Yitzchak of Berditchev's point: a doubtful blessing is not said, and the Torah rules we bless G-d by name as the King who forgives, so forgiveness is certain. Igeres HaTeshuvah ch. 11 explains further, and it applies every day, not only on Yom Kippur. A blessing to keep honoring G-d with his voice.
Prev Search
0:00 0:00
Next
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ"ו תשרי, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף אין וועלכען איר דריקט זיך אויס, אז "זיכער מיט דעם עזר וסיוע כו' זיינען אנגענומען געווארען מיינע תפלות".

וכידוע דער סיפור בשם הרה"צ והרה"ג והרה"ח מגדולי תלמידי המגיד הגדול ר' לוי יצחק מבארדיטשוב, זצוקלל"ה, נבג"מ זי"ע, וואס ער האט מכריז געווען בא דער נעדע פון איינע פון די תפלות ימים נוראים.

עס איז באוואוסט אז ספק ברכות להקל, אין וויבאלד אז השם יתברך אין זיין הייליקער תורה איז דא א קלארער פסק דין, אז מעזאל מאכען א ברכה בשם ומלכות, מלך מוחל וסולח לעונותינו ולעונות עמו בית ישראל, איז דאס א זיכערע זאך, אז עס קען אין דעם ניט זיין קיין שום ספק און ספק ספיקא.

און לויט ווי אין פילע ענינים, איז תורת החסידות גיט צו ביאור ברוחב ובעומק, אזוי אויך אין דעם ענין - איז דאס נאך מער פארשטענדליך דורך דעם תוכן פון פרק י"א באגרת התשובה לרבנו הזקן.

און פון דארט איז אויך פארשטענדליך אז דאס אויבען געזאגטע איז ניט נאר ביום הכפור, ווי עס זעהט זיך פון פשטות הלשון פון דעם סיפור הנ"ל, נאר אויך יעדער טאג ווארום מען זאגט דענסטמאל, חנון המרבה לסלוח, המרבה דוקא.

חאטש ווי פארשטענדליך, אז יום כפור איז א מחילה וסליחה כללית אויף א גאנץ יאר, און אין דעם אופן וואס עצומו של יום מכפר, און אין דער תפלה פון יעדער טאג איז דאס דער עיקר פארבונדען נאר מיט דעם טאג, כמובן נוסף אויף דעם וואס איז ערקלערט אין אגרת התשובה דארט אלא שיום כפורים מכפר וכו', זעה דארטען.

און השם יתברך זאל אייך העלפען אז נאך פילע יארען זאלט איר מקיים זיין דעם ציווי כבד את ה' מגרונך, כבד את ה' מהונך, און דאס זאל זיין לאריכות ימים ושנים טובות צוזאמען מיט אייער פרוי שיחיו.

בברכה.

Leave Feedback