Support Torah
Recordings

1821 —א שול פון אנשי ליובאוויטש בפרט, דארפען בארעכטיקן דעם נאמען - מיט א באטייטענדן אנטייל

To the Toronto Lubavitch shul: taking part in building a mikveh

ו' אלול, ה'תשי"ב - ביהכ"נ דליובאוויטש טאראנטא אנט
A kosher mikveh is the foundation on which the Jewish people's purity stands, and sharing in it is a holy merit. Good news that one is nearly finished in their city. A shul, especially of Lubavitch people, should justify its name with a significant share, each giving and urging friends. G-d remains no one's debtor.
Prev Search
0:00 0:00
Next

ב"ה, ו' אלול, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

המתפללים והגבאים בראשם דביהכ"נ דליובאוויטש טאראנטא אנט.

שלום וברכה!

א כשרע מקוה איז דער יסוד אויף וועלכען עס האלט זיך דער אידישער פאלק אין דעם ענין פון טהרה, און עס איז דער הייליקסטער זכות צו נעמען אין דרויף אן אנטייל, יעדער איינער לויט זיינע בעסטע מעגליכקייטען.

עס האט מיר געפרייט צו הערען די גוטע בשורה, אז אין אייער שטאט האלט מען אין בויען א מקוה און דער ענין איז שוין נאענט צו פארענדיקט ווערען. זיכער וועט איר מסכים זיין, אז א שול בכלל, און א שול פון אנשי ליובאוויטש בפרט, דארפען בארעכטיקן דעם נאמען - מיט א באטייט[ע]נדן אנטייל אין אזא זאך, און איך בין זיכער אז יעדער איינער פון די גבאים און חברים וועלען זיך משתתף זיין לויט זייערע העכסטע מעגליכקייטען, סיי אליין מיט אייג[ע]נער באשטייערונגען, סיי משפיע זיין אויף פריינט און באקאנטע צו נעמען אן אנטייל, און דער אויבערשטער בלייבט ניט א בעל-חוב.

בברכת כתיבה וחתימה טובה צו יעדערן בפרט - המחכה לבשורות טובות.

Leave Feedback